געהילף־פּראָפֿעסאָר
לינגװיסטישער אָפּטײל
קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי
ביוראָ: 1216 דװינעל האָל
איך בין אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגװיסטיק אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי. מײַנע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע טעמעס אין דער סאָציאָלינגװיסטיק: שפּראַכיקע װאַריאַציע, שפּראַכן־קאָנטאַקט, שפּראַכן־אױפֿהאַלט און שפּראַכנבײַט. איך בין אַ ספּעציאַליסט אין דער ייִדישער שפּראַך, װי זי װערט הײַנט גערעדט און געשריבן.
איך בין אױך אַפֿיליִיִרט מיטן צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס.
מחוץ דעם אוניװערסיטעט בין איך אַ ייִדישער שרײַבער און רעדאַקטאָר. מײַנע אַרטיקלען זענען דערשינען אין פֿאָרװערטס, אױפֿן שװעל, װעקער און אַנדערע פּובליקאַציעס.
שפּראַך־אינזשעניר, אַמאַזאָן/אַלעקסאַ, אָנגעװענדטע מאָדעלירונג און דאַטן־װיסנשאַפֿט, 2018–2019
איך פֿיר אָן מיט אַ ייִדישן שמועסקרײַז. קומט פֿאַרברענגען!
איך בין שטענדיק גרײט זיך צו באַקענען מיט סטודענטן װאָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש און װילן אפֿשר װערן פֿאָרשערס פֿון דער שפּראַך. פֿאַרבינדט זיך מיט מיר אױפֿן בליצאַדרעס (אימעיל) אױבן, מיר זאָלן באַשטימען אַ צײַט זיך צו טרעפֿן און שמועסן. איר מעגט זיך אױך פֿאַרשרײַבן אױף אַ באַשטעלונג אין מײַן קאַלענדאַר (אױפֿנעם־שעהען).
איך נעם אָן בײדע װאַריאַנטן. אַבי מע זעט זיך!
אױף דעם זײַטל געפֿינען זיך טעכנאָלאָגישע רעסורסן װאָס קענען צו נוץ קומען פֿאָרשערס, לערערס, סטודענטן און שרײַבערס.